Thank you for your submission!

ברוך הבא צו חכמת הנגינה

א מקום פאר מוזיק פארשטענדעניש

"הוא (הגר"א) היה אומר אז כי רוב טעמי תורה וסודות שירי הלויים, וסודות תיקוני הזהר, אי אפשר לידע בלעדה - בלי חכמת המוזיקה אי אפשר ללמוד סודות התורה. " פאת שולחן, הקדמה

דעיע פראיעקט, געפירט דורך משה דוד פרענקיל, ציהלט צו פיטערן דער עולם מיט א טיפערע פארשטאנד פון מוזיק. עס געבט יעדעם די מעגליכקייט זיך צו פארטיפן אין הבנה פון מוזיק דורכ׳ן לייענען און הערן וואס מען שטעלט דא צי. אויך שטעלט מען דא צי דער מעגליכקייט צו באקומען פריוואטע חינוך אין מוזיק פון משה דוד ווי מען קען ענטוויקעלען מוזיק טאלאנטן ווי זינגען ריכטיג, שפילן דורכ׳ן אויער און פארשטיין מוזיק, און שרייבן אייגענער מוזיק.

משה דוד געבט זיין לעבן צו עפענען א וועג איבער צו געבן מוזיק פארשטאנד און טאלאנטן פאר יעדעם. זיינע הצלחות דערינען האבן עם געפיהרט אויפ׳ן דרך ווייטער צו ענטוויקעלען די געדאנק צו קענען איבער געבן מוזיקאלישע טאלאנטן פאר יעדעם און עס מציע צו זיין פאר׳ן עולם. ווי משה דוד זאגט, ״מוזיק איז א שפראך וואס יעדער קען לערנען פונקט ווי מען קען לערנען ענגליש״.

מוזיק איז טאקע א פלא, עס איז אבער אויך א ידיעה.

משה דוד פרענקיל